דף 27 PAGE

 

 

# 27

The World Books Library # 27

מצוה אנציקלופדיה - Mitzvah Encyclopedia

The Laws of Kashrus

 

מיסודו של הגה"צ רבי שלום יהודה גראס, כ"ק מרן אדמו"ר מהאלמין שליט"א

Rabbi Sholom Yehuda Gross, the head of the Rabbinical court of Holmin

לקבלת "קובץ ספרים בעניני כשרות" 16 כרכים בחינם: - לרבנים, מנקרים, שוחטים, בודקים, ומנקרים, וכוללים,

נא להתקשר למנהל "חברה מזכי הרבים העולמי" הרב אברהם ווייס, בבית המדרש "עטרת ישעיה"
רחוב נחל לכיש 24/
8  - רמת בית שמש ארץ ישראל

011 972 548 436 784

 

 

קובץ ספרים בעניני כשרות חלק ל"ה:

 

בס"ד

אויפדעקונג: הונדערטער אידען ווערן נכשל ווען מ'עסט פלייש
וואס קומט כרת פאר'ן עסן

------------
די פלייש געשעפטן ווייסען נישט בכלל וואס מ'טאר נישט עסן

– נייער וועד הכשרות לאזט זיך נישט

ניו יארק – אזוי ווי נישט אין די ווייטע פארגאנגענהייט - ס'ליגט אונז נאך אין די ביינער (אין בויך) -  זענען טויזענטער אידען געבליבן אויפ'ן וואסער אליינ'ס, ווי א שיף אהן א רידער ווען די רע-בנים האבען אונז אנגעגאסען מיט בריעדיגע וואסער: אז זייער (--?) פראצענטיגע אויסגעהאלטענע השגחה איז געווארען געפעלטש.

פאר צענדליגער יאהרען אהן א העכר'ן שנארך פן א רב זענען אידען ווי נעראנעם געלאפען קויפן ביליגער פלייש, בהמה פלייש, צינגען, (אלעמאל געווען צובאקומען) און וואס נישט, אזוי ווי די באקאנטע פרעיז: "די קאסטומער איז אלוועיס רייט" דארפסט ס'זאל זיין מילמארט איז עס מילמארט.. רובאשקין? רובאשקין.. קרית יואל? קרית יואל.. טריפה? טריפה!!.. די פרויען פיהלען ס'נישט געזאלצען, עה ביזט פארקיהלט!! די רב וואלט שוין גערעדט דערפוהן ביי שלש סעודות.... א גר טענה'עט אז ס'האט א טעם ווי טריפה פלייש. קשה גרים לישראל כספחת קומט  פונקט גוט דא אריין...  וואס נאך האסטו צו זאגען! זיצט דיר און דיין ווינקעל מיט'ן תהלים. ס'נישט געווען צובאקומען צינגען ביי מילמארט וויאזוי איז דא דא? וואס טוהעט נישט א בעלבאס פאר זיינע קאסטאמער'ס
די טענה'עס זענען ענדלאז, ס'גייט דורך א מיאמי ווינטער פאר די רבנים - און נישט איינ'ס - קיינער וויל נישט אז זיין טאש זאל קורצער ווערן, און קיינער פון די רבנים ווילען נישט אז התאחדות זאל אויפשטיין פון זייער טיפן שלאף בקיצור די באן וואלט געפארן ווייטער ווען נישט א רב שלא שימש תלמידי חכמים וד"ל וואס געט די הכשר אויפ'ן פלאץ האט אומבאלומפערט זיך נישט געקענט ארויסדערזעהן מיט עפעס א מנהג אונגארן אדער צלע י"ב - זעיט אויס אז דרך חתם סופר זענען נישט קילורין לעיניו – און את אשר הנעשה נעשה נו וואס טוהט מען יעצט וואס זאגט מנהג אונגארן אה! אונס שוגג נישט געפערליך בן איש חי'ס פעהלן נישט, און ויהי - אין ויהי אלא לשון צער -  אחרי המגפה!! עולם  (גולם) כמנהגו נוהג יעדער ציריק צו זיין זיין געבראטענ'ס. א שמאלציגע סטעיק מיט א געבראטענעם סאלאמי מיט א גערייכערטן פראנקפורטער וואלטן אפגעשלינגען די פרשה מיט זיך.

מאת אברהם אפטערגוט


 עס האט זיך געגרינדעט א נייער וועד הכשרות פון האבען אנגעפאנגען נאך צו קוקען די בוטשער סטארס דער וועד רופט זיך:

זיי זענען אנגעקומען צו: וויינשטאק, וואס רופט זיך אויך מיל מארט, און נאך 7 נעמען, וכו'.

וואס שטייט אונטער דעם נירבאטערערס השגחה.

זיי האבן געטראפען א גאנץ פעקיל מיט אסאך לעבערס "כבד" וואס זענען בכלל נישט מנוקר, ווען די אנשי הוועד האבען געפרעגט היתכן מען האט נישט מנקר געווען די לעבער? האבן זיי גענטפערט זייט ווען דארף מען מנקר זיין א לעבער, ווי שטייט דאס? וואס פארא נייע הלכות וועט איר נאך אויסטרעפען אבי מערער צו זיין אויף די הונדערט פראצענטיגע כשר'ע חסידישע היימישע שחיטות

ווען די חברי הוועד האבען זיך קעגען געשטעלט, און האבען גע'טענה'ט אז אין די ספרי ניקור שטייט קלאר אז מען דארף מנקר זיין די לעבער, האבן די בוטשער גענטפערט אז מען זאל פרעגען הצה"ק רבי אברהם לייטנער וועט איר הערען פון אים אז לעבער דארף מען נישט מנקר זיין.

אויך האבן די חברה בוטשער צו געגעבען אז ווען עס איז געווען א מיטינג אין די התאחדות הרבנים מיט מער ווי 20 בוטשערס, און איין בוטשער ר' חיים הערבס האט מעורר געווען וועגען מנקר זיין די לעבער? האט ר' אברהם לייטנער געזאגט אין קיין איין ספר ווערט נישט דערמאנט אז מען דארף מנקר זיין א לעבער.

ר' חיים הערבס ע"ה האט געזאגט אז ער האט בקבלה פון זיין זיידען וואס ער איז געווען דער מנקר און שוחט פארן צאנזער רב זי"ע, האט איהם אזוי געלערנט.

רבי אברהם לייטנער ענטפערט איהם איך וייס נישט פון קיין מעשיות איך בין נישט דארט געווען איך האב נישט געזהן, איך ווייס נאר וואס עס שטייט אין די ספרים, וועגען דעם איז ער א רב און א גדול בישראל.

(אויב ווילט איר הערן און זעהן געשריבען וואס עס האט זיך אפ געטוהן ביי די אסיפה, קליגט דא).

אגב ווער דער באטערער רב איז אין וואס פאר א פנים זיינע הכשרים האבן, אויב מען קען זיך בכלל פארלאזען, ליינט א דורך דעם ספר פון די אסיפה פון התאחדות הרבנים און הערט גיט אויס עטליכע מאל וועט איר אלעס גוט פארשטיין, און אויב ווילט איר נישט טיף אריינגיין אין דעם ענין מברר צו זיין, דאן האט נישט קיין פאראיבעל אויף די רבנים המכשירים וואס זיי זענען מאכיל טריפות ווייל איר זענט דער זעלבער מאכיל טריפות וחלב, איר גיט דאס טאג טעגלעך צו עסען פאר אייער ווייב און קינדער, און אויב זענט איר א מדקדק במצות נעמט איר אריין צו אייך אסאך אורחים און זענט זיי אלע מאכיל נבילות וטריפות חלב ודם ביודעים ובלא יודעים, עס וועט אייך נישט העלפען נאך די 120 יאר מיט א בע מע און א שאקעל מיט פלייצע!

קליקט דא וועט איר טרעפען ווי די אלע ספרי ניקור שרייבען קלאר אז עס איז דא אויף די לעבער חלב הכליות וואס מען דארף אראפ נעמען

חלב על הכבד הוא חלב הכליות והוא איסור כרת

ספר א: 11 http://www.israel613.org/books/KASHRUT_ZIUF_PRITEMARIM215.pdf


ירחון תורני הלזה הופיע בעיר סאטמאר שנת תרצ"ו בעת כהונתו של הבעל ויואל משה זי"ע
ספר ב:
22
http://www.israel613.org/books/MASSORET_HANIKKUR-H.pdf  סדר הניקור להמהר"ץ ז"ל יצא לאור שנת של"ז בימי הרמ"א ז"ל

ספר ג: 44
http://www.israel613.org/books/TZINA_DAVID_NIKKUR-H.pdf  צנה דוד

ספר ד': 55
http://www.israel613.org/books/VAYAAS_AVRAHAM_NIKKUR-H.pdf ויעש אברהם

ספר ה': 66  http://www.israel613.org/books/HALACHA_BERURA_NIKKUR_AMSTERDAM-H.pdf     הלכה ברורה
ספר ו' 77 
http://www.israel613.org/books/ZIVCHE_SHELAMIM_NIKKUR-H.pdf זבחי שלמים
ספר ז'  88 99
http://www.israel613.org/books/RAV_TAVACHYA_KASHRUT_WARSAW-H.pdf רב טבחיה

שו"ת לר' אברהם לייטנער
http://www.israel613.org/books/KASHRUT_NIKKUR_EMETAMITO231.pdf


קטעים מר' אברהם לייטנער הודאת בעל דין
33
   http://www.israel613.org/books/HODAAT_BAAL_DIN-H.pdf
פון דא וועט איר זעהן עטליכע זאכן:

א.      אז רבי אברהם לייטנער איז א גרויסער עם הארץ אין ניקור החלב.

ב.      אז ער איז דער ריכטיגער שליח פון די התאחדות הרשעים און זייערע שוטפים די בוטשער'ס "טוב שבטבחים שותפם של עמלק" (קידושין פ"ב), וואס האבען מיט זיין כוח - וואס בעקלאמפערשט איז ער דער צדיק הדור אין סאטמער און דער גרעסטער קנאי אין טאן געבער פאר די סאטמערע פארטיי, ווי ציונות, א.ד.ג. – פארנארט גאנץ סאטמאר מיט די עדה החרדית און די עלטערע רבנים, אז אלעס איז אונטער קאנטראל און אלעס גייט מיט מנהג אונגארן, אזוי זייער סלאגאן איז. [כאילו אונטער מנהג אונגארן ליגט די קי באגראבן].

ג.        דער לייטנער איז שולדיג פארן די פלוצלינדיגע פטירה פון רבינו הקדוש מסאטמאר זצללה"ה, דורכ'ן פעלטשען די חתימה פון סאטמאר רב און אינטער שרייבן אז אלע בוטשערס אין גאנץ אמעריקא איז כשר וישר - ווי אזוי הייסט עס נאר, אה! "מנהג אונגארן" – וואס נאך 6 וואכן פינעם ערשיינונג פינעם בריוו אינעם עפענטליכקייט איז רבינו מסאטמאר נפטר געווארען.

ד.       וואס איז פארגעקומען ביי די אסיפה פון התאחדות ביי די באוואוסטע אסיפה פון חלב.

ה.      ווער איז דער רב לייטנער? ווי אזוי האט מען זיך באוואנרט און איבערצייגען אז דער רב לייטנער איז טאקע פון מכשילים בישראל און א שותף של עמלק די בוטשער און מכשירים? זעה באריכות אין ספר ספר מלחמת קודש, אויך זעהט דארט דער סוד פון אפצודריקען אלע ספרי ניקור.